נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן
די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן אין שוועדן און די מינאָריטעט־שפּראַכן
די פֿינף נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן אין שוועדן זענען ייִדן, ציגײַנער, סאַמי (וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ היגלענדיש פֿאָלק), פֿיניש־רעדנדיקע שוועדן, און דאָס פֿאָלק וואָס וווינט אין טאָרנע־טאָל. די היסטאָרישע שפּראַכן פֿון די מינאָריטעטן זענען ייִדיש, ראָמאַני טשיוו, סאַמי, פֿיניש און מיענקיעלי.
אין שוועדן שוין אַ לאַנגע צײַט
דאָס בשותּפֿותדיקע צווישן די פֿאַרשיידענע מינאָריטעטן איז אַז זיי געפֿינען זיך אין שוועדן שוין אַ לאַנגע צײַט און אַז זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר גרופּעס מיט אַ בפֿירושער צונויפֿגעבונדנקייט. זיי כאַראַקטעריזירן זיך אויך דורך אַ רעליגיעזער, שפּראַכלעכער און קולטורעלער צוגעהעריקייט, און אַ ווילן אויפֿצוהיטן זייער אידענטיטעט.
דאָס געזעץ וועגן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן
שוועדן פֿאַרמאָגט אַ געזעץ וואָס פֿאַרטיידיקט און שטיצט אונטער די פֿינף נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און זייערע שפּראַכן. דער צוועק איז, צווישן אַנדערע, צו באַשיצן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן, פֿאַרגרעסערן זייערע מעגלעכקייטן משפּיע צו זײַן, און אונטערשטיצן זייערע היסטאָרישע מינטאָריטעט־שפּראַכן כּדי זיי זאָלן קענען בלײַבן אין לעבעדיקן באַניץ.
וואָס באַטײַט דאָס געזעץ פֿאַר אײַך, וואָס איר רעדט ייִדיש?
אַלע פֿינף מינאָריטעט־שפּראַכן שטייען אונטער דעם וואָס ווערט
אָנגערופֿן אַ גרונטשוץ. דאָס באַטײַט אַז:
ווען דאָס פֿאָדערט זיך, איז די לאָקאַלע אַדמיניסטראַציע מחויבֿ צו געבן צו וויסן די מינאָריטעטן וועגן זייערע רעכט אויף אַ פּאַסיקן אופֿן.
די געזעלשאַפֿט נעמט אויף זיך די באַזונדערע פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט צו באַשיצן און אונטערצושטיצן די מינאָריטעט־שפּראַכן, און איז אויך מחויבֿ אַרויסצוהעלפֿן די מינאָריטעטן אין זייערע באַמיִונגען אויפֿצוהיטן און אַנטוויקלען זייערע קולטורן אין שוועדן.
עס דאַרף באַזונדערש אונטערגעשטיצט ווערן די אַנטוויקלונג פֿון אַ קולטורעלער אידענטיטעט בײַ די קינדער און דער באַניץ פֿון זייער נאַציאָנאַלער שפּראַך.
די לאָקאַלע אַדמיניסטראַציע איז מחויבֿ צו דערלויבן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן משפּיע צו זײַן אויף די ענינים וואָס רירן זיי אָן, און זי דאַרף בײַ אַזעלכע פֿראַגעס מיטאַרבעטן, אויף וויפֿל דאָס לאָזט זיך, מיט פֿאָרשטייער פֿון די מינאָריטעטן.
באַזונדערע רעכט פֿאַר פֿיניש, מיענקיעלי און סאַמי.
דערצו עקסיסטירן באַזונדערע רעכט פֿאַר די וואָס רעדן פֿיניש, סאַמי און מיענקיעלי, אין די ראַמען פֿון דער לאָקאַלער אַדמיניסטראַציע. עטלעכע פֿון די לאָקאַלע ראָטן פֿון Norrbotten זענען אַדמיניסטראַטיווע געביטן פֿון פֿיניש, מיענקיעלי און סאַמי. דאָס באַטײַט אַז די פֿיניש־, מיענקיעלי־ און סאַמי־רעדער האָבן דאָס רעכט זיך צו ווענדן צום לאָקאַלן ראָט אויף זייער שפּראַך.
איר קענט לייענען דאָס געזעץ וועגן נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן דורכן פֿאַרבינד־מעניו אויף דער זײַט פֿון דעם איצטיקן עקראַן.